|
Fraytik tsu nakhts nokh dem esn
Fraytik tsu nakhts, oy, nokh dem esn
Ven di eltern geyen zikh shpatsirn,
Di meydlekh zitsn oyf di betn
Mit zeyere kavalirn.
Ayeder zitst zikh oyf zayn bet
Un men kusht zikh un men glet
Un men shmotshket un men dreyt –
Aza yung porl.
Un oy, un oy, un oy-oy-oy,
Menukhe vesimkhe un oyr layehudim
Un yoym shabosoyn yoym makhmadim
Un oy, oy, un oy-oy-oy,
Un nokh dem flomen-tsimes
A! Khlebn, s’i’ nisht nimes.
Es geyen oys di lekht <likht> –
Khlebn, s’i’ nisht shlekht.
A gantse vokh horevet shver dos yidl.
Az s’kumt tsu geyn der heyliker shabes
Zingt er zikh dos lidl.
Un koydem zetst zikh oys di hoyz,
Dos vaybl putst im arum di hoyz,
Un zi shtelt im, oy, tsum tish
A bulke mit fish.
Un oy…
|
פֿרײַטיק צו נאַכטס נאָך דעם עסן
פֿרײַטיק צו נאַכטס, אױ, נאָך דעם עסן
װען די עלטערן גײען זיך שפּאַצירן,
די מײדלעך זיצן אױף די בעטן
מיט זײערע קאַװאַלירן.
אַיעדער זיצט זיך אױף זײַן בעט
און מען קושט זיך און מען גלעט
און מען שמאָטשקעט און מען דרײט –
אַזאַ יונג פּאָרל.
און אױ, און אױ, און אױ־אױ־אױ,
מנוחה ושׂימחה און אור ליהודים
און יום שבתון יום מחמדים
און אױ, אױ, און אױ־אױ־אױ,
און נאָך דעם פֿלאָמען־צימעס
אַ! כלעבן, ס׳אי׳ נישט נמאס.
עס גײען אױס די לעכט <ליכט> –
כלעבן, ס׳אי׳ נישט שלעכט.
אַ גאַנצע װאָך האָרעװעט שװער דאָס ײִדל.
אַז ס׳קומט צו גײן דער הײליקער שבת
זינגט ער זיך דאָס לידל.
און קודם זעצט זיך אױס די הױז,
דאָס װײַבל פּוצט אים אַרום די הױז,
און זי שטעלט אים, אױ, צום טיש
אַ בולקע מיט פֿיש.
און אױ …
|