|
Di bin
Fun ir kleynem kemerl, zhumendik a zemerl,
Kumt aroys di goldene rirevdike bin.
Zet zi vu a beytele, shpringt zi vi a kveytele,
Shpreytndik di fligelekh lozt zi zikh ahin.
Shmekndik un zukhndik, lekndik un nyukhendik,
Unter yedn grezele, unter yedn blat,
Nemt zi nor vos vikhtik iz,
Tsikhtik iz un rikhtik iz,
Klaybt zi oys vos nutslekh iz, maydt zi oys vos shat.
Dan ven ongematert zikh hot di kleyne, flatert zi
Mit ir groysn oytserl in ir kleynem hoyz.
Ven zi hot gefunen shoyn vos zi darf in zunenshayn
Arbet zi in fintsternish zisn honik oys.
Zum, zum, zum, zum.
|
די בין
פֿון איר קלײנעם קעמערל, זשומענדיק אַ זמרל,
קומט אַרױס די גאָלדענע רירעװדיקע בין.
זעט זי װוּ אַ בײטעלע, שפּרינגט זי װי אַ קװײטעלע,
שפּרײטנדיק די פֿליגעלעך לאָזט זי זיך אַהין.
שמעקנדיק און זוכנדיק, לעקנדיק און ניוכענדיק,
אונטער יעדן גרעזעלע, אונטער יעדן בלאַט,
נעמט זי נאָר װאָס װיכטיק איז,
ציכטיק איז און ריכטיק איז,
קלײַבט זי אױס װאָס נוצלעך איז, מײַדט זי אױס װאָס שאַט.
דאַן װען אָנגעמאַטערט זיך האָט די קלײנע, פֿלאַטערט זי
מיט איר גרױסן אוצרל אין איר קלײנעם הױז.
װען זי האָט געפֿונען שױן װאָס זי דאַרף אין זונענשײַן
אַרבעט זי אין פֿינצטערניש זיסן האָניק אױס.
זום, זום, זום, זום.
|